א גערויש און טומעל, דער מצב איז אויפגעברויזט יעדער האט א שיטה מיט א דעה, א פשט מיט א הסבר איינס בעסער פונעם צווייטען
וואס האט דא פאסירט? וואס האט דעם המון עולם אזוי ארויסגעברענגט פון די כלים? גראדזינסקי מאכט נאך סענדוויטשעס און שמשון גליק טשאלענט....., עולם כמנהגו נוהג אלא מאי וואס גייט דא פאר?
א מיידל א בת ישראל שרייבט א געשיכטע וועלכע איז שרעקליך... דאס קינד זאגט אז זי איז ארויס לתרבות רעה, זי טענה'עט אז אין סאטמפארד הילל, צווישען חסידישען עולם ווערט זי גערעכענט אלץ א היימיש מיידל פון א סאטמארע שטוב, אבער מאחורי הפרגד טוט זי אפ כל דבר אסור בבחינת מומר לכל התורה כולה. געוואלד עס איז א וויי געשריי, גוטע אידן לאזן א טרער, דא דארט הערט מען קרעכצן "ווי ווייט זענען מיר פארקראכן"....
די קלוגע זאגן אבער אז מען דארף דן זיין צו דער זאך איז אזוי גלאטיג, אפשר איז דאס גאר א פאנטאזיע פון א חסידישע יונגערמאן (וועלכע שרייבט ענגליש מיט שרעקליכע גרייזן) און פארציילט געשיכטעס כאילו ער איז אידיש מיידל מיט א צו'חושטע באס און א מוסלומענער חבר.
לאמיר אבער מורי ורבותי אריינקריכען אביסעל טיפער און די "שרעקליכע" געשיכטע וועלכע האט זיך אפגעשפילט אדער געזאלט אפשפילן אין סטאמפארד הילל.
* * *
ביים חרדי'שע כלל ישראל איז פארהאן פארשידענע מיני שיכטען און קרייזן, חסידישע און ליטווישע, פרום און מאדערן, בעסערע און פשוטער דאן איז דא דער דער גרופע וועלכע האט נעמען ווי שטריקעס, בעלי עבירה, באמעס, פעסטע חברה, ליידיג-גייערס וכדו' אלץ מיט סיבות ווי פאלגענד:
- טפשות - א גרויס חלק פון די "ליידיג-גייערס" נעמט זיך פון פשוט ווייניג שכל, קליינקעפיגקייט, האבן נישט קיין גרויסע מצבים אין לעבן, מאנטאג איז פונקט ווי מיטוואך, און באשליסן צו טוישן די הלוך ילך פון וואס זיי זענען אויפגעצויגן טראכטענדיג אפשר אזוי וועלן מער מענטשן קוקען אויף זייער זייט, הערן וואס זיי האבן צו זאגן און פארקויפן און אזוי ארום וועט דער לעבן קריגן עטוואס לעכטיגערער קאלירן
- בעל תאוה - פראסט און פשוט, מיר לעבן היינט אין א וועלט ווי דער שמוץ דערגרייכט אין יעדן לעכל און פארן יצר טוב געלונגט נישט זיך מתגבר צו זיין אויף די יצר הבוער בקרבינו, די תאווה וועלכע איז גרויס, ברענט און פלאקערט דאס ברענגט די דאזיגע "ליידיג-גייער" זיין טיטל.
- אינו מאמין (אפיקורס) - טאקע א שטארקע קאנפליקט מיט די היילגע שלוש עשרה עקרי אמונה אבער ניין ער גלייבט נישט, ער האלט בשיטה אז די אידישקייט אנגעהויבן ביי משה רבינו און גענדיגט מיט שכר ועונש איז א בייזווילגע חלום פון שלעכטע מענשטן. די זעלבע קומען מיט די שאלות איבער די זעקס מיליאן אידן הי"ד, אטאקעס פון די אראבער אין ארה"ק וכדו' אז היתכן אויב זענען מיר טאקע די עם סגולה פארוואס די קלעפ? ער איז דאך לשיטתכם אן אב הרחמים...
- אנגעזעצט - א צובראכענע מענטש, וועלכע האט פיינט די פרימארגן מיט א שנאה גדולה, אן קיין שום מוט אדער חיות אין לעבן, ווען עס איז קאלט ווארט ער ס'זאל ווערן ווארעם און ווען ס'איז ווארעם אז ס'זאל ווערן קאלט, שטייט און טראכט שעות לאנג וויאזוי זיך צו נעמען די לעבן, צו פון א הויכע דאך אדער גאר אריין אין וואסער. דאן קומט אים דער מחשבה'לע אז ער גייט ווערן א "ליידיג-גייער" אפשר דארט ליגט דער ישועה
- נקמה - דער טאטע אדער רבי מסתמא פון א דור נאך א קריגס געליטענע, האט דאס קינד אויסגעפייניגט פיזיש און גייסטיש געהאקט און געשלאגן ווי דער דייטש, ווען עס זיי געגאנגן שווער האבן זיי שופך חמתם געווען אויפן אומשילדיג קינד און דאס האט אויסגעקלאפט צו "ליידיג-גייער" מיט נקמה געפילן צו די בלוט דארשטיגע חיות
* * *
וואס טוט אט דער ליידיג-גייער? מיט וואס באקומט ער דעם בעל עבירה טיטל? וועלכע עבירות אדער פראסטקייטן איז ער עובר?
איך האב אמאל געהערט פון א אלטע איד נאך פונעם אייראפע'שען דור, פארציילן, אז א קל אינדערהיים וואס האט געוואלט טוהן אן עבירה האט געמוזט ארויסגיין אויפן פעלד און גראבען לעכער אין דער ערד כדי צו טרעפן א ווארעם און עס אויפעסן.... היינט אבער דארף דער קל נישט צוקומען צו די אומבאקוועמע טאקטיקן ער קען עובר זיין עבירות אן קיין שאוועל אדער מאראסטיגע הענט.
דער מישוג פון א שגץ איז היינט גאר א ברייטע, דער ליידיג-גייער משום טפשות אדער אנגזעצטקייט איז נישט וועם איך בין דא מסביר ווייל די סארט זענען געווענליך נארישע מענטשן, מענטשען וואס "באקומען פיבער ווען זיי זעהן שכל פון דערווייטענס".
ווייל זענען אזוי ווי א זיס ווארט וואס איך האב געהערט פון ידידי מ.ה. : א ליידיג-גייער פארציילט זיין חבר מיט שטאלץ, אז יום כיפור באנאכט ווען כלל ישראל שטייט איינגעהילט אין ווייסע טלתים אין בעטן אויס ביי הקב"ה אויף כל נצרכם, איז ער געזצען אין מעק-דאנעלדס מיט א ביג מעק, ענפערט אים זיין חבר הדומה לו ביהדות, יום כיפור בין איך אויפגעשטאנען און געגעסן פארישטאג אזוי ווי יעדן צופרי (אין אנדערע ווערטער דו מאכסט אן אנשטרעגעניש צו ווייזען אז די ביסט א שגץ ביי מיר איז דאס גאר נאטראל)
די אנדערע קאטעגאריעס ווייטער, וועלן צושטייטלעך גליטשען, אנגעהויבן מיט די תפלין געלייגאכץ אויף צוויי מינוט ווען עס איז שוין טונקל אינדרויסן, זיי פרובירן און איבערצייגן זיך אז זיי זענען געבליבן לעבן אפילו מ'האט אויסגעלאשן די לעקטער אין שבת, ער האט געקוקט גראד אויפן כהן ביים דוכנ'ען און ער איז נישט בלינד געווארן, ער האט זיך נישט געוואשן צו ברויט און גארנישט האט פאסירט.
דאן גייט עס א טריט ווייטער, פון אויסגעלאשענע לעקטערס אין שבת ווערט אנגעצינדענע צוגארעטלעך, פון צוויי מינוט מיט תשמישי לשעבד תאוות ומחשבות לבינו, ווייסט ער ניטאמאל ווי די תפילין זיינע ליגען, פון זיך נישט וואשן צו לחם הארץ ווערט ער א אפטע קונה אין מעק-דאנעלדס און וואונדער איבער וואונדער גארנישט האט פאסירט.
ווי מער ער פרובירט אלץ מער זעהט ער אז די זאכן וואס אין חדר איז געווען א זעכערע טויט שטראף איז גאר געשמאק.
* * *
און דאס האט דער קינד אייביג פארשטאנען, אז עבירות טוט ער נישט אויס מורא פון פראסקעס אדער א בילד וואס מען האט אים אריינגעטאהן אז די שטראף איז א באלדיגע. אין די רגע וואס ער זעהט אז ער טוט אן "עבירה" און גארנישט האט פאסירט, דאן פארלירט ער אין איין סעקונדע די גאנצע חינוך פון אלע טאטעס, מלמדים, ראשי ישיבות אין מגידי שיעור במשך צענדליגע יאהר.
די גאנצע חינוך איז געבויט אויף טעראר און פחד אן קיים שום אהבה געפיל אדער ווארימקייט, ער טוט נישט ווייל ער ציטערט און נישט פאר קיין שום אנדערע סיבה. ווייל שובבי"ם האבן די מלמדים אים מסביר געווען מיט קולות וברקים אז איין ריר, איין מאל מען לייגט צו די הענט, גייט מען קיינמאל נישט ארויס פון גהינום.
דער מלמד ווייטער, וועלכע פילט ווי ער איז נישט זייער ווייט אנגעקומען אין לעבן, ער האט שוין שלום געמאכט מיטן טיטל "מלמד", און איז געבליבן שטעקן מיט צוואנציג קינדער פון ניינ'ע ביז זעקס'ע, וואך איין וואך אויס, האט נישט קיין מישוג וואס עס מיינט חינוך ער זיצט דארט ווייל ער דארף זיין פעי-טשעק סוף וואך און ווייל אין קיין אנדערע ביזנעס איז ער א לא יצלח ברורה.
און אין זיינע הענט האט מען איבער געגעבן די תינוקת של בית רבן, קינדער וועלכע האבן קוים ארויסגעשפראצט אין די גרויסע וועלט, און פאר זיין זעהן עפעס בכלל, ווייסען זיי שוין אז מען קען לייגען, אנרירען, טומאה און טהרה.
* * *
לאמיר אביסעלע שטיין בלייבן ביים ענין פון טומאה וטהרה, א פראבלעם וועלכע אונטער נארמאלע אומשטענדן איז צו עקלהאפטיג אפילו פארן כבוד פונעם שרייב פאפיר, אבער וואס איז אמת קען מען נישט פארלייקענען, ווייל דאס האט דער בת היענה שוין פראבירט און געבליבן מיטן צונג אונדרויסן.
די נידריגקייט איז אין לשער, וואס עס גייט פאר אין די היינטיגע חדרים און ישיבות איז נישט פארהאנען אין די ערגסטע תפיסות פון קרימינאלע פארברעכער, "יעדער" האט כאטש איינמאל במשך די ישיבה יאהרן און די גרסא דינקותא זמנים קדושים, באקומען א באזוך אין בעט שפעט ביינאכט, אדער א שטופ אין די טיפענישן פון די הייליגע מקוה בורות.
און דער גרעסטע בראך איז נאך אז יעדער פון די מחנכים ווייסען קלאר פון די נידערדרעכטיגע מעשה נוולות, אבער אין קול ואין עונה, קיינער זאגט נישט אדער מאכט געוואלדעס, עס איז שא שטיל... ווייטער אבער ווען דער בחור האט זיך נישט גענוג שטארק געשאקלעט בים דאווענען ווערט א בהלה, אדער ווען ער האט נישט געוואוסט וואס דער קצות פארפירט אזוי וועגן דעם נתיבות איז געווען קצה העולם. שומו שמים, טפשים גדולים, לאטס ענק אפ פון די ארומיגע זאכן, פארגעסטס פון דאווענען, באטעס, שמועסן, טישען און ווייסע זאקן..... די יסוד איז גרויליג און שמוציג, נידריגער ווי נידריג, למטה מעשרה טפחים.
דער בעש"ט האט מיסד געווען חסידות מיט הייליגע השגות, אויפשטעלנדיג א חבריא קדישא וואס זאל ברענגן קדושה אויף די וועלט, צדיקי עולם האבן דאן ממשיך געווען די שלשלת הטהורה מיטן ציל צו ברענגן אן אור פון העכערקייט און התרוממות..... דערווייל קוקטס וואס עס פאסירט די דורות רוקען זיך און די שפלות איז אין לשער.
* * *
ביים גוי להבדיל, איז די נושא דער גרעסטער טראסק, דארטן קריגן די דאזיגע פארשוינען א סטעמפעל אויפן לעבן, קענען נישט קויפן קיין שום רכושים עד יום האחרון, ווערן בזוי ומבוזה ביז די נידריגטסע שטאפלעך, אפילו אין תפיסה ווילן די פארברעכער נישט מיט זיי קיין שיכות האבן, ווייל "קינדער רירט מען נישט", ווען דער הונדל לייגט אן אייער, אויב ווערט דער ביצה גערורט פון פלאץ וועט שוין דערפון קיין עופ'לע נישט ווערן.
ביי די היימישע קרייזען אבער, זענען די זעלבע מנוולים אונזערע היימישע אידן, די אויבן אן'ס מיט די שישי'ס. און וואגן זאל איינער זאגן א ווארט, ווייל גראד ווערט יענער א קל, מיט א פארפלעקטע נאמען. שומו שמים וועקטס ענק אויף "חסידישע אידן" איר האט דערגרייכט נידריגער ווי שמוץ, הערטס אויף צו זיין אזוי מצומצם, זעטס איין אז דער מצב איז שרעקליך.
עטס ווילטס טוהן עבירות, דאן טוטס כל דבר אסור.... גייטס און עסטס חזיר, טוטס ענק אן שעטנז, אבער לייגטס נישט ענקערע הענט אויף די אומשילדיגע שעפעלעך... אן אכט יעריג יונגעלע האט נאך זיין גאנץ לעבן פאר זיך, און מיט ענקער גרויליגע תאווה מאכט איר א שחיטה דערפון אין איין סעקונדע.
סטאטיסיק זאגט אז פראבלעמען אין לעבן, ווי מרה שחורה, פראבלעמען בין איש לאשתו, צובראכענע שטובער און גיטין נעמט זיך רוב מאל ווייל ביי די יונגע יאהרן זענען זיי "גערירט" געווארן.
* * *
עס נישט קיין נפק"מ צווישען בעלז, ווישניץ, סאטמאר, גור, אדער באבוב דער בראך איז איבעראל די זעלבע, ווי עס איז דא בעקיטשעס און ביבער הוטען איז דא שמוץ און טרענעראציעס. קיינער אבער קיינער קען זאגען ידי לא שפך את הדם הזה... ווי עס איז דא א נועם אלימלך מיט א זרע קודש, א גארטעל מיט האלבע שיך איז דאס אויך דא.
אבער דער שאלה דא איז וואונדער איבער וואונדער, פארוואס פונקט דא ביי פרושי דורינו? ביי די הייליגע ממשיכי דרך תלמידי בע"ש איז דא די שווערע פראבלעם? א גרופע וועלכע איז מיסודו א סימבאל פון הייליגקייט און התרוממות זאל אזוי נידריג פאלן...