א קלארע בילד

די כוואליעס שטראמען אין די טינקעלניש פון די נאכט, און קלאפן אויף די יבשה, דער גאנצע האריזאנט איז איינגעהילט אין א טיפע שלאף און ווארטן קוים אויף וואס דער פרימארגען גייט ברענגן, אבער....

Name: jewmix

סליחה ומחילה

עס איז פארביי עטליכע וואכן און אפשר גאר חדשים זינט איך האב דאס לעצטע מאל געשריבען אויף אונזער בלאג "א קלארע בילד" און איך בעט דערויף אנטשולדיגונג, ווייל צו מיינע אויערן האט דערגרייכט קלאנגען פון ענק דארשטיגע ברודער וואס לעכצען נאך אביסעלע דברי חיזוק אז איר פארלאנגט נאך פון מיינע טיפזיניגע רעיונות און בליציגע מליצות.
דערפאר בבחינת 'שמעתי את אנקת בני ישראל' האב איך באשלאסן אז טראץ די געוואלדיגע כוחות הנפש וואס מיינע ארטיקלען פארלאנגט דאך וועל איך מיט מסירת נפש דערקוויקען ענק אחינו בני ישראל מיט מיינע דברים היוצאים מן הלב.
און אין די זעלבע צייט לאמיך מיך פאר אייך - צום ערשטען מאל - פארשטעלן, איך האב פארשידענע נעמען ביי אנדערע מענטשן, דהיינו ביי מאנכע הייס איך א שגץ און ביי אנדערע גאר א תינוק שנשבה. אויפגעוואקסען בין איך אין סאטמארע מוסדות. דער חידוש אבער - וואס צומאל איז דאס מיר אליין א פלא - אז נישט קיין נפק"מ אויף וואספארא מצב איך זאל נישט זיין וועט דער סאטמאר'אישקייט זיין ווי איינגעקריצט.
באלד נאכן דרייוון א קאר אין די טינקעלע קבלת שבת גאסן וועל איך פילן א רציחה'דיגע שנאה צום ציוני, אדער א ווארימקייט צו די שטיקעלע דברי יואל.
פארוואס דאס איז קען איך אייך נישט מסביר זיין, אבער דער פאקט איז א זעכערע. איך האב ליב ראבערט דע נירא אבער דער בעלזא רבי'ן פיינט בתכלית. דאס איז למעשה דער כח פון סאטמאר וועלכע האט א מין קשר מיט זיינע מיטגלידער וועלכע פרעגלט אטאמאטיש אריין דעם פאטריאטישקייט צום פארטיי.
פארוואס דאס איז דאס קען איך אייך נישט פארשטיין געבן, דער פלא איז טאקע גרויס, אבער רופט דאס סאטמאר אדער אונגארישקייט אדער גאר אפשר די טרערן ביי ונתנה תוקף, דער פאקט האט אבער באשטעטיגט אז סאטמאר ווערט אריינגעזעצט ביי אירע מיטגלידער מיט א חותם מכופל.
* * *
אזוי שרייבענדיג דערמאנט מיר א מעשה וואס יענער האט פארציילט, דאס צוויי סאטמארע בחורים, חוזרי בשאלה, זיצן אמאל שבת נאכמיטאג אויפן אכטע שטאק אין א הילטאן האטעל אין די טיפענישן פון כינע און קוקן א סי ען ען נייעס בולעטין אויפן טעלעוויזיע, ווען דער נייעס בעל מקרא איז מסביר אן אנטוויקעלניש פון די לעצטע ישראל-פאלאסטינער פאליטיק און ברענגט ארויף אויפן סקרין בילדער פונעם כותל המערבי אין ירושלים.
אונזערע יואל'יס כאפן - ווי שלענג געביסענע - דעם רימאט און פארלעשן גלייך דעם כלי !
יא יא, איר לאכט, איך האב אבער די מעשה געהערט פון א קראנטע מקור. שבת נאכמיטאג אין כינע אינעם האטעל. איך גלויב אז דארט האט מען זיי קיין שלוש סעודות מיטן התאחדות הרבנים הכשר נישט סערווירט. אויך בין איך שווער מקבל אז זיי האבן דארט געהאט א סידור תפלת ישרה צו גאר פון יעקב עמדין. אבער דער כותל, דער ציוני'סטישע וואנט, אט דאס האט זיי געשטערט...

2 Comments:

Anonymous Anonymous said...

Yep, you happen to be very right. Satmar is like a "thing" and never changes.

But sadly the whole chassidus thing is a very sore disaster. One huge failure from begining to end!

8:24 AM  
Anonymous der blatt said...

אה ווי ווייט עס גייט א כח פין א צדיק

1:44 PM  

Post a Comment

<< Home